״וע״ד דער סיפור הידוע מיט א חסיד וואס איז געגאנגען אין גאס במדינה ההיא - ניט רעכענענדיק זיך מיט מדידות והגבלות, ווי דער סדר פון אן אמת׳ער חסיד איז - אין א זמן ווען דאס איז געווען פארבונדן מיט סכנה. און א פאליסמאן האט אים אפגעשטעלט און געפרעגט: ״קטא אידיאט״ (ווער גייט)? האט ער געענפערט: ״ביטול אידיאט״ (ביטול גייט)! ער האט געענפערט דאס וואס ביי אים האט זיך געלייגט מיט אן אמת - אז כל מציאותו איז    
״ביטול״, און די מציאות פון ״ביטול״ גייט!

צוזאמען דערמיט האט ער עס אים געענפערט דוקא אויף רוסיש - וייל זיין ביטול איז אויך נמשך געווארן אין דעם מצב און שפראך פון דעם מקום - אין דער טבע און מציאות פון רוסלאנד - ע״ד ״אזלת לקרתא הלך בנימוסא״, אזוי אז דער טבע ולשון המקום עצמו זאגט און דערהערט אז ״ביטול אידיאט״.

Comments

Popular posts from this blog

The 16 expressions of forgiveness

'Ein bal ha'nes makir be'niso' according to the Mittler Rebbe